יידיש (jiddisch)
זע־עס־ען (CSN) איז אַ מלוכישע אַדמיניסטראַציע װאָס אַרבעט מיטן פֿינאַנציעלן שטיץ פֿאַר סטודענטן אין שװעדן, דאָס הײסט שטודירגעלט און סטודענטן־הלװאה. מיר אַרבעטן אויך מיט די הלװאות פֿאַר שאָפֿיר־ליצענץ און כּלי־בית. דאָ קענט איר לײענען װײַטער װעגן די פֿאַרשײדענע שטיצן. די אינפֿאָרמאַציע אויף ייִדיש איז אַ קיצור.
אײַער רעכט צו ניצן נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן
טאָמער, געהערט איר צו אײנער פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, האָט איר אַ רעכט צו ניצן אײַער שפּראַך װען איר שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט מלוכישע אינסטאַנצן. די שװעדישע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן זײַנען ייִדן, ראָמען, סאַמען, שװעדישע פֿינלענדער און טאָרנעטעלער. די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן זײַנען ייִדיש, ראָמיש, סאַמיש, פֿיניש און מע'ענקיעלי.
איר קענט לײענען װײַטער װעגן דעם רעכט צו ניצן נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן אויף
סטודענטן־שטיץ - שטודירגעלט און סטודענטן־הלװאה
עס זײַנען דאָ פֿאַרשײדענע סטודענטן־שטיצן, אָפּהענגיק פֿון אײַער שטודיר־אָרט און אײַער עלטער. דאָ זײַנען די געװײנטלעכסטע װאַריאַנטן:
צי זענט איר אַן אויסלענדער?
מע קען באַקומען שװעדישן סטודענטן־שטיץ אין אַ פּאָר סיטואַציעס. טאָמער, האָט איר אַ פּערמאַנענטע װיזע (PUT) און װוינט אין שװעדן, קענט איר, בּכלל, באַקומען שװעדישן סטודענטן־שטיץ.
טאָמער, האָט איר באַקומען אַ דערװײַליקע װיזע פֿון דער שװעדישער מיגראַציע־אַגענטור, צוליב דעם װאָס איר זענט אַ פּליט, אָדער עפּעס אַזוינס, קענט איר, בכּלל, אויך באַקןמען שװעדישן סטודענטן־שטיץ. אַזיל־זוכערס קענען, אָבער, נישט באַקומען קײן שטיץ.
עס זײַנען, אויך, דאָ פֿאַרשײדענע כּללים פֿאַר אײ"פֿ־בירגערס, נישט־אײ"פֿ־בירגערס און שװײצערע בירגערס.
צוריקצאָלן אַ שטודענטן־הלװאה
טאָמער, האָסטו גענומען אַ שטודענטן־הלװאה פֿון CSN אין משך פֿון דײַנע שטודיעס, מוזטו צוריקצאָלן די הלװאה װען דו האַלטסט אָפּ מיט שטודירן מיט שטודענטן־געלט. דער דאָזיקער כּלל גילט אויך װען דו ביסט אַרבעטסלאָז, קריגסט עלטערן־געלט אָדער קלײַבסט זיך איבער אין אַן אוסלאַנד. דאָ איז אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי דו צאָלסט די הלװאה צוריק און װאָס דו קענסט טאָן אויב עס איז דיר שװער צו צוריקצאָלן דאָס געלט.
איר קענט באָרגן געלט פֿון CSN כּדי צו באַקומען אַ קאַטעגאָריע ב שאָפֿיר-ליצענץ.
מיט אַ שאָפֿיר-ליצענץ עס קען זײַן גרינגער אַן אַרבעט צו באַקומען.
איר קענט דערלאַנגען אַן אַפּליקאַציע אויף שאָפֿיר-ליצענץ הלוואה אויב איר זענט
- צווישן 18 און 47 יאָר אַלט, אַרבעטלאָז און קומט נאָך געוויסע תּנאָים אָדער
- 19-20יאר אַלט און האט אַ הויכשול-דיפּלאָם אָדער אַן עקוויוואַלענט.
איר קענט באָרגן מאַקסימום SEK 15,000. איר מוזט דערנאָך צוריקצאָלן די הלוואה,
און איר מוזט דאָס טאָן אפֿילו אויב איר האָט נישט באַקומען אַ שאָפֿיר-ליצענץ.