צוריקצאָלן אַ שטודענטן־הלװאה
טאָמער, האָסטו גענומען אַ שטודענטן־הלװאה פֿון CSN אין משך פֿון דײַנע שטודיעס, מוזטו צוריקצאָלן די הלװאה װען דו האַלטסט אָפּ מיט שטודירן מיט שטודענטן־געלט. דער דאָזיקער כּלל גילט אויך װען דו ביסט אַרבעטסלאָז, קריגסט עלטערן־געלט אָדער קלײַבסט זיך איבער אין אַן אוסלאַנד. דאָ איז אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי דו צאָלסט די הלװאה צוריק און װאָס דו קענסט טאָן אויב עס איז דיר שװער צו צוריקצאָלן דאָס געלט.
װען הײב איך זיך אָן מיטן צוריקצאָלן?
טאָמער, איז עס דאָס ערשטע מאָל דו האָסט גענומען אַ שטודענטן־הלװאה, הײבסטו זיך אָן איר, די הלװאה, צוריקצאָלן ניט פֿריער װי זעקס חודשים נאָך דעם װאָס דו האָסט געקריגט דײַן לעצטע אײַנצאָלונג שטודענטן־געלט.
װען עס איז שוין צײַט צו אָנהײבן צוריקצאָלן די הלװאה, װעסטו באַקומען אַ בריװ פֿון CSN מיט אַ צאָלפּלאַן און חשבונות. דו װעסט דער בריװ באַקומען אין משך פֿונעם אָנהײב פֿון אַ נײַעם יאָר.
צי האָסטו פֿריער גענומען אַ שטודענטן־הלװאה און שוין אָנגעהויבן צוריקצאָלן? דאַן, הײבסטו זיך אָן מיטן צוריקצאָלן די הלװאה אַזוי באַלד װי דו האָסט אָפּגעהאַלטן קריגן שטודענטן־געלט.
װיפֿל זאָל איך צאָלן?
אויפֿן יערלעכן צאָלפּלאַן, װאָס דו באַקומסט אין משך פֿון יאַנואַר, יעדעס יאָר, קענסטו זען װיפֿל געלט צו צאָלן מיטן יערלעכן פּראָצענט.
װיפֿל דו זאָלסט צאָלן אין משך פֿון אַ יאָר (יאָר־צאָל) איז אָפּהענגיק פֿון:
- װיפֿל געלט דו ביסט CSN שולדיק
- דעם פּראָצענט
- אַ צורעכענען־צאָל ניט גרעסער פֿון צװײ פּראָצענט אַ יאָר
- װי לאַנג דו זאָלסט צטריקצאָלן די הלװאה.
װי אַזוי באַצאָל איך?
דו קענסט אויסקלײַבן צו צוריקצאָלן די שטודענטן־הלװאה דורך 'אויטאָדזשיראָ', 'עלעקטראָנישן חשבון' אָדער 'פּאַפּיר־חשבון'. טאָמער, װוינסטו אין אויסלאַנד, קענסטו צוריקצאָלן די הלװאה מיט אַ קרעדיט־קאַרטל.
אויטאָדזשיראָ - פֿאַרבינד זיך װיִאַ דײַן אינטערנעץ־באַנק, דאָס געלט נעמט מען נאָך דעם אויטאָמאַטיש פֿון דײַן קאָנטע.
עלעקטראָנישער חשבון - פֿאַרבינד זיך װיִאַ דײַן אינטערנעץ־באַנק, דו באַשטעטיקסט דעם עלעקטראָנישן חשבון גלײַך אין דער אינטערנעץ־באַנק.
פּאַפּיר־חשבון - דו באַצאָלסט גרינג װיִאַ דײַן אינטערנעץ־באַנק מיט דער אינפֿאָרמאַציע אויפֿן חשבון.
קרעדיט־קאַרטל - טאָמער, װוינסטו איו אויסלאַנד, קענסטו באַצאָלן מיט אַ קרעדיט־קאַרטל פֿאַרבונדן מיט װיסאַ אָדער מאַסטערקאַרד אויף 'מײַנע צײַטלעך'.
װי לאַנג צאָל איך די הלװאה צוריק?
דו קענסט צוריקצאָלן די הלװאה אין משך פֿון, צום מערשטנס, 25 יאָר. מע מוז האָבן צוריקגעצאָלט די הלװאה פֿאַר דעם װאָס מען װערט 64 יאָר אַלט. אָפּהענגיק פֿון דײַן עלטער און גרײס פֿון דער הלװאה, קען עס זײַן אַז דו מוזט איר, די הלװאה, גיכער צוריקצאָלן. אויפֿן יערלעכן צאָלפּלאַן קענסטו לײענען װעגן װי לאַנג דו קענסט צויריקצאָלן די שטודענטן־הלװאה.
װי אָפֿט באַצאָל איך?
עלטעקראָנישער דינסט בײַט אויף חודש־צאָלונג:
געװײנטלעך צאָלט מען פֿיר מאָל אַ יאָר (פֿעברואַר, מײַ, אויגוסט און נאָװעמבער) אָבער דו קענסט אַלײן אויסקלײַבן צו צוריקצאָלן יעדן חודש אויף 'מײַנע זײַטלעך'.
שװער צו צויריקצאָלן די הלװאה
[עלטעקראָנישער דינסט] צאָל שפּעטער:
עלטעקראָנישער דינסט בײַט אויף חודש־צאָלונג:
עלטעקראָנישער דינסט אַפּליקיר אויף צאָלן אַ קלענערע סומע:
דו קענסט אַלײן אָפּלײגן אַ צאָלונג אויף אַ חודש שפּעטער אָדער בײַטן אויף חודש־צאָלונג אויף 'מײַנע צײַטלעך'
דו קענסט אויך אַפּליקירן אויף צאָלן אַ קלענערע סומע אויף אַ צײַט. דאָס רופֿט מען אַ 'פֿאַרקלענערונג'. דו קענסט האָבן דאָס רעכט צו אַ פֿאַרקלענערונג אויב דו ביסט װײניק באַלוינט אָדער האָסט זײער אַ גוטע סיבה פֿאַר װאָס דו קענסט ניט צוריקצאָלן לויטן פּלאַן. אַ גוטע סיבה קען למשל זײַן אַז דו לעבסט פֿון סאָץ־פֿאַרזאָרג. טאָמער, קריגסטו אַ פֿאַרקלענערונג, איז עס מיגלעך אַז דײַנע צוקונפֿטע יערלעכע צאָלפּלענער װעלן האַלטן גרעסערע סומעס.
טאָמער, איז עס דיר נאָך אַלץ שװער צו צוריקצאָלן די הלװאה, װילן מיר אַז דו קלינגסט אונדז אָן, קענען מיר דיר העלפֿן מיט דײַן סיטואַציע.
פֿאַרקלענערונג - צאָל צוריק אַ קלענערע סומע אויף אַ צײַט (אויף שװעדיש)
װען דו צאָלסט ניט צטריק
טאָמער, צאָלסטו ניט צוריק די הלװאה לויטן פּלאַן, װעלן די אָ זאַכן געשען:
- מיר שיקן דיר צו אַ נײַע חשבון װוּ מיר האָבן צוגעגעבט 450 קרוינען פֿאַרשפּעטיק־געלט.
- צאָלסטו ניט, שיקן מיר דיר צו נאָך אַ חשבון מיט נאָך 450 קרוינען פֿאַרשפעטיק־געלט.
- האָסטו נאָך דעם ניט באַצאָלט, שיקן מיר דיר צו אַ פֿאָדערונג־בריװ.
- צאָלסטו ניט לויט דער פֿאָדערונג, שיקן מיר דײַן פֿאַל װײַטער צו קראָנאָפֿאָגדען (די שװעדישע דורכפֿיר־אַגענטור). װעט מען פֿאַרצײכענט די אומצאָלונג. װוינסטו אין אויסלאַנד שיקן מיר דײַן פֿאַל צו צו אַ חובֿות־אויפֿמאָנער.
װעגן פֿאַרשפּעטיק־געלט (אויף שװעדיש)
צוריקצאָלן מער אָדער די גאַנצע שטודענטן־הלװאה
דו קענסט צוריקצאָלן מער געלט פֿון דעם װאָס מע פֿאָדערט לויטן צאָלפּלאַן כּדי צו גיכער צוריקצאָלן די גאַנצע הלװאה. דו קענסט אויך תּקיף צוריקצאָלן די גאַנצע הלװאה. שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג מיט CSN אויב דו װילסט צוריקצאָלן מער געלט.
פֿאָדערונג צו צוריקצאָלן - װען דו האָסט באַקומען שטודענטן־געלט ן קײן רעכט דאָס געלט צו באַקומען
טאָמער, האָסטו באַקומען געלט פֿון CSN אָן קײן רעכט דאָס געלט צו באַקומען, מוזטו דאָס געלט צוריקצאָלן. דאַן, באַקומסטו אַ 'פֿאָדערונג צו צוריקצאָלן'. די סיבה קען למשל זײַן אַז דו ביסט אַװעקגעגאַנגען פֿון דײַן שטודיר־פּראָגראַם.
טאָמער, האָסטו באַקומען אַ פֿאָדערונג צו צוריקצאָלן, מוזטו תּקיף באַצאָלן דאָס פֿאָדערטע געלט. דו װעסט באַקומען אַ חשבון צוזאַמען מיטן באַשלוס װעגן דער פֿאָדערונג צו צוריקצאָלן.
דו מוזט אויך צאָלן פּראָצענט. מיר נעמען אויך אַן אָפּצאָל פֿאַר יעדער פֿאָדערונג צו צוריקצאָלן, יעדן יאָר.
טאָמער, איז עס דיר שװער צו צוריקצאָלן, קען CSN אפֿשר אָפּלײגן אַן אויסצאָלפּלאַן. קלינג אונדז אָן כּדי איבערצורעדן דײַנע מיגלעכקײטן צו באַקומען אַן אויסצאָלפּלאַן.
اگر به خارج از کشور کوچ می کنید
اگر به خارج از کشور کوچ کنید باید مطابق برنامۀ پرداخت خود به پرداخت پول ادامه بدهید. فرآموش نکنید که اطلاعات تماس در مورد خود را درMin profil (پروفایل من) درMina sidor (صفحات من) تغییر بدهید. اگر می خواهید بیشتر از یک سال در خارج از کشور زندگی کنید باید به "ادارۀ مالیات" اطلاع بدهید.
אויב דו קלײַבסט זיך איבער אין אויסלאַנד
טאָמער, קלײַבסטו זיך איבער אין אויסלאַנד, זאָלסטו נאָך אַלץ צוריקצאָלן לויטן צאָלפּלאַן. פֿאַרגעס ניט צו בײַטן דײַן קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע אין 'מײַן פּראָפֿיל' אויף 'מײַנע זײַטלעך'. טאָמער, זאָלסטו װוינען אין אויסלאַנד אין משך פֿון מער װי אַ יאָר, זאָלסטו דערצײלן סקאַטעװערקעט (די שװעדישע שטײַער־אַגענטור) װעגן דעם.
װיכטיק צו האָבן ריכטיקע קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע
עלטעקראָנישער דינסט מײַן פּראָפֿיל:
ס'איז װיכטיק אַז מיר האָבן ריכטיקע אינפֿאָרמאַציעס װעגן דיר אויף 'מײַנע זײַטלעך', כּדי צו קענען זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דיר דורך טעלעפֿאָן אָדער בליצפּאָסט. אַזוי קענען מיר זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דיר כּדי צו איבערגעבן װיכטיקע אינפֿאָרמאַציע צו דיר. לאָגיר אַרײַן אויף 'מײַנע זײַטלעך' און קאָנטראָליר דײַנע אינפֿאָרמאַציעס. טאָמער, זענען די אינפֿאָרמאַציע ניט ריכטיק, קענסטו לײענען מער װעגן דעם אויפֿן זײַטל איבערקלײַבן זיך אָדער בײַטן אַדרעס (אויף שװעדיש).